ברֵאשִית ב
ב
1אַזױ זײַנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און זײער גאַנצער צבֿאָ. 2און אלֹקים האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָג זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט, און ער האָט גערוט אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט. 3און אלֹקים האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרעם אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט ערד און הימל.
5און קײן שפּראָצונג פֿון פֿעלד איז נאָך נישט געװען אױף דער ערד, און קײן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך נישט געשפּראָצט, װאָרעם ה׳ אלֹקים האָט נישט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד, און אַ מענטש איז נישט געװען צו באַאַרבעטן די ערד; 6נאָר אַ נעפּל אױפֿגײן פֿון דער ערד, און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד. 7האָט ה׳ אלֹקים געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש. 8און ה׳ אלֹקים האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין עֵדֶן, אין מזרח, און האָט דאָרטן אַרײַנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט. 9און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבן , אין מיטן גאָרטן, און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10און אַ טײַך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון עֵדֶן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט, און איז געװאָרן פֿיר הױפּט טײלן. 11דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד חַוִילָה, װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד; 12און דאָס גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט. דאָרטן איז דער בדוֹלַח און דער אָניקלשטײן. 13און דער נאָמען פֿון צװײטן טײַך איז גיחוֹן; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוּש. 14און דער נאָמען פֿון דריטן טײַך איז חִדֶקֶל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון אשור. און דער פֿירטער טײַך, דאָס איז פּרָת.
15און ה׳ אלֹקים האָט גענומען דעם מענטשן, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין גאָרטן פֿון עֵדֶן, אים צו באַאַרבעטן און אים צו היטן. 16און ה׳ אלֹקים האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן, אַזױ צו זאָגן: פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן; 17אָבער פֿון דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס, פֿון אים זאָלסטו נישט עסן, װאָרעם אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים, װעסטו זיכער שטאַרבן.
18און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים. 19און ה׳ אלֹקים האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען. 20האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער נישט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים. 21האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
24דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש. 25און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען.
Nu markerat:
ברֵאשִית ב: OYTORAH
Märk
Dela
Kopiera
Vill du ha dina höjdpunkter sparade på alla dina enheter? Registrera dig eller logga in
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.