ברֵאשִית ד

ד
1און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב דערװערבן אַ מענטש דורך ה׳. 2און זי האָט װידער געבאָרן – זײַן ברודער הֶבלען.
און הֶבל איז געװען אַ פּאַסטוך פֿון שאָף, און קַיִן איז געװען אַן ערדאַרבעטער. 3און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, האָט קַיִן געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קָרבָּן {מִנְחָה} צו ה׳. 4און הֶבל, ער אױך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָף#4‏.4 טיפּוּס פֿון װידער פֿון כפרה, לאַם פֿון כפרה, און דער, װאָס זאָל קומען, װי בלױז אַ הימלישע צושטימען רצון קענען װערן דער פֿאַרטרעטער פֿאַר אַ בונטאַריש אפגעפאלן רצון, װײַל דאָס בלוט פֿון רינדער און בעק האָט נישט דעם כּוֹח אַװעקצונעמען זינד. זען הערה דָניאֵל 7‏.14 און זען אַנטי־טיפּוּס און טיפּוּס יְשַעְיָה 53‏.7; ברֵאשִית 22‏.7‏-13; שְמוֹת 12‏.3‏-5‏; 34‏.25‏. און פֿון זײערע פֿעטסטע. און ה׳ האָט זיך געקערט צו הֶבלען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה},#שְמוֹת 12‏.3‏-13‏; יְשַעְיָה 53‏.7; 61‏.10; ברֵאשִית 3‏.21 5און צו קַיִנען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה} האָט ער זיך נישט געקערט. האָט קַיִנען זײער געערגערט, און זײַן פּנים איז אַראָפּגעפֿאַלן. 6האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: פֿאַר װאָס פֿאַרדריסט דיך, און פֿאַר װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן דײַן פּנים? 7פֿאַר װאָר, אױב דו װעסט גוטס טאָן װעסטו אױפֿגענומען װערן, און אױב דו װעסט נישט גוטס טאָן, הױערט די זינד בײַ דער טיר; און צו דיר איז איר גלוסטונג, אָבער דו זאָלסט געװעלטיקן איבער איר.
8האָט קַיִן גערעדט צו זײַן ברודער הֶבלען. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געװען אין פֿעלד, אַזױ איז קַיִן אױפֿגעשטאַנען קעגן זײַן ברודער הֶבלען, און האָט אים געהרגעט.
9האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: װוּ איז דײַן ברודער הֶבל? האָט ער געזאָגט: איך װײס נישט; בין איך דען דער שומר פֿון מײַן ברודער? 10האָט ער געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? דער קֹול פֿון דײַן ברודערס בלוט שרײַט צו מיר פֿון דער ערד. 11און אַצונד, פֿאַרשאָלטן#4‏.11 זען הערה שְמוּאֵל ב 18‏.14 זאָלסטו זײַן פֿון דער ערד װאָס האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל צוצונעמען דײַן ברודערס בלוט פֿון דײַן האַנט.#ברֵאשִית 3‏.7‏-11 12אַז דו װעסט באַאַרבעטן די ערד, זאָל זי דיר מער נישט געבן איר קראַפֿט; נעַ-ונַד זאָלסטו זײַן אױף דער ערד. 13האָט קַיִן געזאָגט צו ה׳: מײַן שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן. 14אָט האָסטו מיך הײַנט פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד, און פֿון דײַן פּנים װעל איך זײַן פֿאַרבאָרגן, און איך װעל זײַן נעַ-ונַד אױף דער ערד; װעט זײַן, װער-נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען. 15האָט ה׳ צו אים געזאָגט: דערום װער-נאָר עס הרגעט קַיִנען זאָל זיבנפֿאַך גענומען װערן נקמה פֿון אים. און ה׳ האָט געמאַכט קַיִנען אַ צײכן, אַז קײנער װאָס טרעפֿט אים, זאָל אים נישט דערשלאָגן.
16און קַיִן איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד נוֹד, אין מזרח פֿון עֵדֶן. 17און קַיִן האָט דערקענט זײַן װײַב, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן חַנוֹכן. און ער האָט געבױט אַ שטאָט, און האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײַן זון, חַנוֹך. 18און בײַ חַנוֹכן איז געבאָרן געװאָרן עִירָד, און עִירָד האָט געבאָרן מחוּיָאֵלן, און מחוּיָאֵל האָט געבאָרן מתושָאֵלן, און מתושָאֵל האָט געבאָרן לֶמֶכן. 19און לֶמֶך האָט זיך גענומען צװײ װײַבער; דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָדָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער צִלָה. 20און עָדָה האָט געבאָרן יָבָלן; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון די װאָס זיצן אין געצעלטן און האָבן פֿיך. 21און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יובַל; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון אַלע װאָס האַלטן אַ האַרף און אַ פֿלײט. 22און צִלָה, זי אױך האָט געבאָרן תּובַל-קַיִנען, דעם אױסשלײַפֿער פֿון אַלערלײ קופּער און אײַזנגעצײַג; און די שװעסטער פֿון תּובַל-קַיִנען איז געװען נַעֲמָה.
23און לֶמֶך האָט געזאָגט צו זײַנע װײַבער:
עָדָה און צִלָה, הערט מײַן קֹול,
װײַבער פֿון לֶמֶכן, פֿאַרנעמט מײַן װאָרט;
װאָרום איך הרגע אַ מאַן פֿאַר מײַן װוּנד,
און אַ ייִנגל פֿאַר מײַן בײַל;
24װײַל זיבנפֿאַך װערט גענומען פֿאַר קַיִנען נקמה,
פֿאַר לֶמֶכן אָבער זיבן און זיבעציק.
25און אָדָם האָט װידער דערקענט זײַן װײַב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת, װײַל: אלֹקים האָט מיר באַשערט אַן אַנדער זאָמען אַנשטאָט#4‏.25 זען טוֹיט פֿון משיח אַנשטאָט מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53‏.8. הֶבלען, מחמת קַיִן האָט אים געהרגעט. 26און בײַ שֵתן, בײַ אים אױך איז געבאָרן געװאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶנוֹש. דענצמאָל האָט מען אָנגעהױבן רופֿן צו דעם נאָמען ה׳.#יוֹאֵל 3‏.5

ที่ได้เลือกล่าสุด:

ברֵאשִית ד: OYT2023

เน้นข้อความ

แบ่งปัน

คัดลอก

None

ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้