לוקאס 7
7
קאפיטל זיבן
1נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר‑נחום.
2און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן. 3און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם. 4און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים; 5ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט. 6איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך; 7צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן! 8ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס. 9און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה! 10און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.
11און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן. 12און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר. 13און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט! 14און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף! 15און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער. 16און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק. 17און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום.
18און יוחננס תלמידים האבן אים דערציילט וועגן אלעם דעם דאזיקן. און רופנדיק צו זיך צוויי פון זיינע תלמידים, 19האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן? 20און ווען די מענער זענען געקומען צו אים, האבן זיי געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה האט אונדז געשיקט צו דיר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן? 21און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה. 22און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.) 23און געבענטשט איז דער, וועלכער וועט נישט שטרויכלען אין מיר.
24און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט? 25נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער. 26נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. 27ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:
זע, איך שיק מיין מלאך פאר דיין פנים,
וועלכער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר.
(מלאכי ג, א.)
28איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער. 29און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן. 30די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים. 31צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך? 32זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט. 33ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט! 34דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! 35און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.
36און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש. 37און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל, 38און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע. 39אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע. 40און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג! 41א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק. 42און ווייל זיי האבן נישט געהאט צו באצאלן, האט ער זיי ביידן געשענקט. דעריבער ווער פון זיי וועט אים מער ליב האבן? 43שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט! 44און אויסדרייענדיק זיך צו דער פרוי, האט ער געזאגט צו שמעונען: דו זעסט די דאזיקע פרוי? איך בין אריינגעקומען אין דיין הויז, קיין וואסער פאר מיינע פיס האסטו מיר נישט געגעבן; זי אבער האט מיר באנעצט די פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיר אירע האר. 45קיין קוש האסטו מיר נישט געגעבן; אבער זי, זינט איך בין אריינגעקומען, האט נישט אויפגעהערט צו קושן מיינע פיס. 46מיט אייל מיין קאפ האסטו נישט געזאלבט; זי אבער האט געזאלבט מיינע פיס מיט מירע. 47צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק. 48און ער האט צו איר געזאגט: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 49און די מיטזיצנדיקע האבן אנגעהויבן צו זאגן צווישן זיך: ווער איז דאס דער דאזיקער, וואס איז אפילו מוחל זינד? 50ער אבער האט געזאגט צו דער פרוי: דיין גלויבן האט דיך געראטעוועט, גיי לשלום!
Currently Selected:
לוקאס 7: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.