YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 8

8
קאפיטל אכט
1און עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים, 2און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער, 3און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.
4און ווען א גרויסער המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען, און זיי זענען געקומען צו אים פון אלע שטעט, האט ער געזאגט אין א משל: 5עס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן. 6און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דעם פעלדזן; און ווען עס האט אויפגעשפראצט, איז עס פארדארט געווארן, צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין פייכטקייט. 7און אן אנדער ביסל איז געפאלן אינמיטן פון די דערנער; און די דערנער זענען מיטאויפגעוואקסן און האבן עס דערשטיקט. 8און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
9און די תלמידים זיינע האבן אים געפרעגט, וואס דאס משל זאל באטייטן. 10און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין. 11און דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט. 12די ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן. 13און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ. 14און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט. 15דאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
16און קיינער, וואס האט אנגעצונדן א ליכט, פארדעקט עס נישט מיט קיין כלי, אדער שטעלט עס אונטער א בעט; נאר שטעלט עס אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דאס ליכט. 17ווארום עס איז נישט פאראן קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; עס געפינט זיך אויך נישט קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן און קומען צו התגלות. 18דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט. 19און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען צו אים, און האבן נישט געקענט אים דערגרייכן מחמת דעם המון מענטשן. 20און מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען. 21ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!
22און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט. 23בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה. 24און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל. 25און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?
26און זיי האבן זיך אהינגעשיפט צום לאנד פון די גרגשים, וואס איז אנטקעגנאיבער גליל. 27און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים. 28און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן! 29ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין. 30און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים. 31און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין. 32און דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט. 33און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן. 34ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער. 35און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן. 36די אבער, וואס האבן עס געזען, האבן צו זיי דערציילט, וויאזוי דער באזעסענער איז געהאלפן געווארן. 37און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק. 38דער מאן אבער, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, האט אים געבעטן, אז ער זאל בלייבן מיט אים; ער אבער האט אים אוועקגעשיקט, אזוי צו זאגן: 39קער דיך אום אהיים און דערצייל, וואס ה׳ האט דיר געטאן, און ער איז אוועקגעגאנגען און האט באקאנט געמאכט איבער דער גאנצער שטאט אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן.
40און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים. 41און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז. 42ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.
43און א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן, 44איז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט. 45און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך. 46יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען! 47און ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן. 48און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
49בשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין. 50און אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן! 51און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער. 52און אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. 53און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן. 54ער אבער האט זי אנגענומען ביי דער האנט און האט גערופן, אזוי צו זאגן: קינד, שטיי אויף! 55און איר גייסט האט זיך אומגעקערט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען; און ער האט באפוילן, מען זאל איר געבן צו עסן. 56און אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען.

Currently Selected:

לוקאס 8: OYBC

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in