מארקוס 12
12
קאפיטל צוועלף
1און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן. 2און צו דער רעכטער צייט האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז ער זאל באקומען פון די גערטנער פון דער פרוכט פונם וויינגארטן. 3און זיי האבן אים גענומען, און האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט. 4און ער האט ווידער צו זיי געשיקט אן אנדערן קנעכט; און יענעם האבן זיי צעשלאגן דעם קאפ, און אנגעטאן חרפות. 5נאך אן אנדערן האט ער געשיקט; און יענעם האבן זיי געטייט; און א סך אנדערע; א טייל פון זיי האבן זיי געשלאגן, און א טייל—געהרגעט. 6נאך איינעם האט ער געהאט, א געליבטן זון; אים האט ער געשיקט צו לעצט צו זיי, אזוי צו זאגן: זיי וועלן זיך שעמען פאר מיין זון! 7יענע גערטנער אבער האבן צווישן זיך געזאגט: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און די ירושה וועט זיין אונדזער! 8און זיי האבן גענומען, און אים געטייט, און האבן אים ארויסגעווארפן פון וויינגארטן. 9נו, וואס וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן? ער וועט קומען און אומברענגען די גערטנער, און דעם וויינגארטן וועט ער געבן צו אנדערע. 10צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק:
דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן,
דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;
11פונם האר (ה׳) איז דאס געשען,
און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן?
(תהלים קיח, כב, כג.)
12און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
13און זיי שיקן צו אים אייניקע פון די פרושים און פון הורדוס לייט, כדי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. 14און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן? 15ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן. 16און זיי האבן געברענגט. און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס דאזיקע בילד און די אויפשריפט? און זיי האבן צו אים געזאגט: דעם קיסרס! 17און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
18און עס קומען צו אים צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים; און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: 19רבי, משה האט אונדז געשריבן, אז אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, און איבערלאזן א ווייב, און נישט איבערלאזן קיין קינד, אזוי זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה.) 20עס זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן און האט נישט איבערגעלאזט קיין זאמען; 21און דער צווייטער האט זי גענומען, און איז געשטארבן, נישט איבערלאזנדיק קיין זאמען; און דער דריטער אויך אזוי; 22און די זיבן האבן נישט איבערגעלאזט קיין זאמען. צו לעצט נאך אלע איז אויך די פרוי געשטארבן. 23אין דער תחית המתים, ווען זיי וועלן אויפשטיין, וועמעס ווייב פון זיי וועט זי זיין? ווארום אלע זיבן האבן זי דאך געהאט פאר א ווייב. 24האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי בלאנדזשעט איר דען נישט דערפאר, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳? 25ווארום ווען זיי וועלן אויפשטיין פון די טויטע, וועלן זיי נישט חתונה האבן, נישט מען וועט זיי חתונה מאכן; נאר זיי זענען ווי די מלאכים אין הימל. 26און וואס שייך די טויטע, אז זיי וועלן אויפשטיין, צי האט איר דען נישט געלייענט אין דעם ספר (תורת) משה, ביים סנה, ווי ה׳ האט צו אים גערעדט, אזוי צו זאגן: איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? (שמות ג, ז.) 27ער איז נישט דער ג‑ט פון די טויטע, נאר פון די לעבעדיקע: איר בלאנדזשעט זייער פיל. 28און עס איז צוגעקומען איינער פון די סופרים, האבנדיק זיך צוגעהערט צו זייער וויכוח, ווייל ער האט געוואוסט, אז ער האט זיי וואויל געענטפערט, האט ער אים געפרעגט! וועלכעס איז דאס ערשטע געבאט פון אלע? 29יהושע/ישוע האט געענטפערט: דאס ערשטע איז: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד; 30און דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט מיט דיין גאנץ הארץ, און מיט דיין גאנץ נפש, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און מיט דיין גאנצער קראפט. (דברים ו, ד-ה.) 31דאס צווייטע (געבאט) איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) קיין אנדער געבאט גרעסער ווי די דאזיקע איז נישט פאראן. 32און דער סופר האט צו אים געזאגט: וואויל, רבי! דו האסט ווארהאפטיק געזאגט, אז ה׳ איז איינער; און עס איז נישט פאראן קיין אנדערער אחוץ אים; 33און אים ליב צו האבן מיטן גאנצן הארצן, און מיטן גאנצן פארשטאנד, און מיט דער גאנצער קראפט, און ליב צו האבן דעם חבר ווי זיך אליין, איז א סך מער ווי אלע עולות און זבחים. 34און יהושע/ישוע האט געזען, אז ער האט שכלדיק געענטפערט, האט ער צו אים געזאגט: דו ביסט נישט ווייט פון דעם קעניגרייך פון ה׳! און קיינער האט מער נישט זיך אונטערגעשטעלט אים צו שטעלן קשיות.
35און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט, בשעת ער האט געלערנט אינם בית המקדש: וויאזוי זאגן די סופרים, אז דער משיח איז דודס זון? 36דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש:
דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס!
(תהלים קי, א.)
37דוד אליין רופט אים האר, און פונוואנען איז ער זיין זון? און דער גרויסער עולם מענטשן האט זיך גערן צוגעהערט צו אים.
38און אין זיין לערנונג האט ער געזאגט: היט זיך פאר די סופרים, וואס האבן ליב ארומצוגיין אין טליתים, און אז מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, 39און די הויפט זיץ‑ערטער אין די שולן, און ערטער אויבנאן אויף די סעודות; 40זיי וואס שלינגען איין די הייזער פון אלמנות, און דאווענען כלומרשט לאנג: זיי וועלן באקומען א גרעסער משפט.
41און ער האט זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם אוצר קאסטן, און זיך צוגעקוקט ווי דער המון מענטשן ווארפט אריין געלט אין דעם אוצר קאסטן אריין; און א סך רייכע לייט האבן אריינגעווארפן פיל. 42און עס איז געקומען אן ארעמע אלמנה, און האט אריינגעווארפן צוויי פרוטות, דאס איז איין קוואדראנס, (די קלענסטע רוימישע מטבע.) 43און ער האט צוגערופן זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט מער אריינגעווארפן ווי אלע, וואס האבן אריינגעווארפן אין דעם אוצר קאסטן אריין; 44ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה.
Currently Selected:
מארקוס 12: OYBC
Highlight
Share
Copy
![None](/_next/image?url=https%3A%2F%2Fimageproxy.youversionapistaging.com%2F58%2Fhttps%3A%2F%2Fweb-assets.youversion.com%2Fapp-icons%2Fen.png&w=128&q=75)
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.