מארקוס 13
13
קאפיטל דרייצן
1און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פונם בית המקדש, זאגט איינער פון זיינע תלמידים צו אים: רבי, זע, וואס פאר א שטיינער און וואסערע בנינים! 2און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
3און בעת ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, אנטקעגנאיבער דעם בית המקדש, האבן פעטרוס און יעקב און יוחנן און אנדריי אים געפרעגט, ווען זיי זענען געווען אליין: 4זאג אונדז, ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דאס צייכן, ווען דאס אלץ דארף דערפילט ווערן? 5און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן. 6א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן. 7און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף. 8ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
9איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי. 10און צווישן אלע פעלקער מוז צום ערשט די גוטע בשורה אנגעזאגט ווערן. 11און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש. 12און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן. 13און איר וועט זיין פארהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען; ווער אבער עס וועט אויסהאלטן ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. 14און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג; 15ווער עס איז אויפן דאך, דער זאל נישט אראפגיין, און נישט אריינגיין, עפעס נעמען פון זיין הויז ארויס; 16און ווער עס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק צו נעמען זיין מלבוש. 17אבער וויי איז צו די טראגעדיקע און אנזויגערינס אין יענע טעג! 18זייט אבער מתפלל, אז עס זאל נישט געשען אין ווינטער. 19ווארום יענע טעג וועלן זיין א צרה, אזא וואס אירסגלייכן איז נישט געשען זינט דעם אנהויב פון דער באשאפונג, וואס ה׳ האט באשאפן, ביז אצונד, און עס וועט מער נישט זיין. 20און אויב דער האר וואלט נישט פארקירצט די טעג, וואלט קיין בשר (ודם) נישט געראטעוועט געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע, וועמען ער האט אויסדערוויילט, האט ער פארקירצט די טעג. (דניאל יב, א.) 21און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן; 22ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע. 23איר אבער גיט אכטונג; זע, איך האב אייך אלץ פארויס אנגעזאגט! 24נאר אין יענע טעג, נאך יענער צרה, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, (ישעיהו יג, י.) 25און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די קרעפטן אין הימל וועלן דערשיטערט ווערן. (ישעיהו לד, ד.) 26און דעמאלט וועט מען זען דעם בר אנש קומען אין די וואלקנס מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.) 27און דעמאלט וועט ער שיקן די מלאכים, און איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון עק ערד ביז עק הימל.
28און לערנט דאס משל פון דעם פייגנבוים; ווען זיין צווייג איז שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס די בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאענט. 29אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז עס איז נאענט ביי די טירן. 30באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלע די דאזיקע זאכן וועלן געשען. 31דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן נישט פארגיין. 32נאר וועגן יענעם טאג אדער שעה ווייסט קיינער נישט, נישט אפילו די מלאכים אין הימל, נישט דער זון (פון דער אויבערשטער), אחוץ דער פאטער. 33גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז. 34ווי א מענטש, אוועקפארנדיק, האט פארלאזן זיין הויז, און געגעבן מאכט צו זיינע קנעכט, יעדן איינעם זיין ארבעט, און דעם טירוועכטער האט ער באפוילן, אז ער זאל וואכן. 35דעריבער וואכט, ווארום איר ווייסט נישט ווען דער בעל הבית קומט, צי אין אוונט, אדער אינמיטן דער נאכט, אדער ווען דער האן קרייעט, אדער אין דער פרי; 36טאמער וועט ער פלוצלונג קומען, און אייך געפינען שלאפנדיקע. 37און וואס איך זאג אייך, זאג איך אלעמען: וואכט!
Currently Selected:
מארקוס 13: OYBC
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.