ברֵאשִית כב
כב
1און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט האלֹקים געפּרוּװט אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 2האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, װאָס דו האָסט ליב, יִצחָקן, און גײ דיר קײן לאַנד מוֹרִיָה, און ברענג אים אױף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױף אײנעם פֿון די בערג װאָס איך װעל דיר זאָגן.
3האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזל, און גענומען מיט זיך זײַנע צװײ יונגען, און זײַן זון יִצחָקן; און ער האָט צעהאַקט דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט.
4אין דעם דריטן טאָג#22.4 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1.13; 22.4; 31.22; 34.25; 40.20; 42.18 וַיִּקְרָא 7.17; 19.6-7; 23.10-11 במִדְבר 7.24; 19.12; 19.19 יְהוֹשועַ 9.17 הוֹשֵעַ 6.2 שְמוֹת 19.11-16 שוֹפֿטִים 20.30 עֶזְרָא 6.15 יוֹנָה 2.1 שְמוּאֵל א 20.12; 30.1 שְמוּאֵל ב 1.2מְלָכִים א 3.18; 12.12 מְלָכִים ב 20.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12.10 אֶסתֵּר 5.1. האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם אָרט פֿון װײַטן. 5און אבֿרהם האָט געזאָגט צו זײַנע יונגען: בלײַבט אײַך דאָ מיטן אײזל, און איך און דער ייִנגל װעלן גײן ביז אַהין, און מיר#תְּהִלִּים 16.10 װעלן זיך בוקן, און זיך אומקערן צו אײַך.
6און אבֿרהם האָט גענומען דאָס האָלץ#שְמוּאֵל ב 18.14 פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײַן זון יִצחָקן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט דאָס פֿײַער און דעם שלאַכטמעסער, און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד. 7האָט יִצחָק זיך אָפּגערופֿן צו זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך, מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אָט איז דאָס פֿײַער און דאָס האָלץ, און װוּ איז דאָס לאַם {שֶׂה}#22.7 זען טוֹיט פֿון משיח אַנשטאָט צו מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.7-8. פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}#תְּהִלִּים 40.7? 8האָט אבֿרהם געזאָגט: אלֹקים װעט זיך שױן זען אַ לאַם#22.8 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה: האלֹקים װעט זיך דערװיזן דעם לאַם פֿון ג-ט צוגעזאָגט, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד, עֲקֵידַת יִצחָק יְשַעְיָה 53.7. פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, מײַן זון. און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד.
9און זײ זײַנען געקומען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט; און אבֿרהם האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און ער האָט געבונדן {עֲקֵדָה} זײַן זון יִצחָקן, און אים אַרױפֿגעטאָן אױפֿן מזבח, איבערן האָלץ. 10און אבֿרהם האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער צו שעכטן זײַן זון.
11האָט דער מלאך פֿון ה׳#22.11 רבי מלך המשיח די פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם דרך־החײם באַװיזן װי דער מלאך פֿון ה׳ אין ברֵאשִית 16.13 22.14 שְמוֹת 3.14 שוֹפֿטִים 6.22 שוֹפֿטִים 13.18-22 גערופֿן צו אים פֿון הימל, און האָט געזאָגט: אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 12האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט אױסשטרעקן דײַן האַנט אױפֿן ייִנגל, און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן; װאָרום אַצונד װײס איך אַז דו ביסט אַ ירא אלֹקים, אַז דו האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, פֿון מיר.
13האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען ערשט הינטן האָט אַ װידער זיך אײַנגעדרײט אין אַ געצװײַג מיט זײַנע הערנער. איז אבֿרהם געגאַנגען, און האָט גענומען דעם װידער,#וַיִּקְרָא 19.22 און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}#וַיִּקְרָא 1.3 אַנשטאָט#22.13 זען טוֹיט פֿון משיח אַנשטאָט מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. זײַן זון. 14און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ה׳-יִראֶה; אַזױ װי עס װערט נאָך הײַנט געזאָגט: אױף דעם באַרג פֿון ה׳ װאוּ װערט געזען װערן.
15און דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו אבֿרהמען אַ צװײט מאָל פֿון הימל, 16און האָט געזאָגט: איך שװער בײַ זיך, זאָגט ה׳, אַז װײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן,#22.16 אידישקײט לאזט נישט קײן קָרְבֳנוֹת פֿון מענטשען; אָבער סתּם אַ מענטש משיח איז נישט קײן גֹּואֵל. רש״י זאָגט אַז דער בר אנוש (דָניאֵל 7.13-14) איז המלך המשיח. אָבער װען מיר פֿאַרגלײַכן די װאָרט פֿאַר עבֿודה באַדינען (פּלח) אין דָניאֵל 3.12 און אין דָניאֵל 7.14 עס איז קלאָר אַז אָפּגעטער טאָן נישט באַקומען אַזאַ עבֿודה באַדינען (פּלח) פֿון אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות דָניאֵל 7.14; סתּם משיח. דערפֿאַר משיח איז נישט אַן אָפּגאָט; חוץ דעם, ער װעט באַקומען עבֿודה באַדינען (פּלח) אַלס גאָרנישט וױיניקער וױ אלֹקים. זען פּלח, החכם מרקוס יאסטרוב, סֵפֿר מלים (ניו יארק: יודאיקא פרעסס, 1985), 1178. זען ברֵאשִית 18.1-15; 32.24-30; שְמוֹת 3.2-10; במִדְבר 22.22-35; יְהוֹשועַ 5.13-15; שוֹפֿטִים 13.1-22; דָניאֵל 3.1228. דער בר אנוש גֹּואֵל װעלן אַלע פֿעלקער עבֿודה באַדינען אַלס נישט װײניקער װי אלֹקים (דָניאֵל 7.14). ער קומט צום עתיק יומין (דאָס איז, ה׳) װעלכער פֿאַרמאָגט זײַן װאָרט הנצחי פֿון אָנהײב (מִשלֵי 8.22; ברֵאשִית 1.3; תְּהִלִּים 33.6): דאָס איז, זײַן װאָרט הנצחי, דער זון פֿון דער אױבערשטער (מִשלֵי 30.4). זען שִיר הַשִירִים 2.4; זען במִדְבר 1.52; װאָרום ה׳ האָט אַזױ ליב געהאט די װעלט, אַז ער האָט געגעבן זײַן בן יחיד, כּדי יעדער אײנער, װאָס גלױבט אין אים, זאָל נישט פארלוירן װערן, נאָר האָבן אײביק לעבן. 17איז, בענטשן װעל איך דיך בענטשן, און מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים; און דײַן זאָמען װעט אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 18און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען#22.18 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, דערפֿאַר װאָס דו האָסט צוגעהערט צו מײַן קֹול.
19און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע יונגען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען בײַנאַנד קײן באֵר-שֶבַֿע. און אבֿרהם איז געבליבן אין באֵר-שֶבַֿע.
20און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז אָנגעזאָגט געװאָרן אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: זע, מִלכָּה, זי אױך האָט געבאָרן זין צו דײַן ברודער נָחוֹרן: 21עוץ זײַן בכוֹר, און בוז זײַן ברודער, און קמואֵל דעם פֿאָטער פֿון אַרָם, 22און כֶּשֶׂדן, און חַזון, און פִּלדָשן, און יִדלָפֿן, און בתואֵלן. 23און בתואֵל האָט געבאָרן רבקהן. די דאָזיקע אַכט האָט מִלכָּה געבאָרן צו נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער. 24און זײַן קעפּסװײַב#שִיר הַשִירִים 6.8 װאָס איר נאָמען איז געװען רְאומָה, זי אױך האָט געבאָרן טֶבַחן, און גַחַמען, און תַּחַשן, און מַעֲכָהן.
Currently Selected:
ברֵאשִית כב: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh