ברֵאשִית כג
כג
חַיֵי שָׂרָה
1און דאָס לעבן פֿון שׂרהן איז געװען הונדערט און זיבן יאָר און צװאַנציק יאָר; דאָס זײַנען געװען די יאָרן פֿון שׂרהס לעבן. 2און שׂרה איז געשטאָרבן אין קִריַת-אַרבע, דאָס איז חֶבֿרוֹן, אין לאַנד כּנַעַן. און אבֿרהם איז געקומען צו קלאָגן אױף שׂרהן און זי צו באַװײנען.
3און אבֿרהם איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר זײַן טױטן, און ער האָט גערעדט צו די קינדער פֿון חֵת, אַזױ צו זאָגן: 4אַ פֿרעמדער אָבער אַ תּושב בין איך בײַ אײַך, גיט מיר אַ קבֿר-אײגנטום#יְשַעְיָה 53.9 בײַ אײַך, און איך װעל באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר.
5האָבן די קינדער פֿון חֵת געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 6הער אונדז צו, מײַן האַר, אַ ג-טלעכער פֿירשט ביסטו צװישן אונדז; אין דעם געקליבנסטן פֿון אונדזערע קבֿרים באַגראָב דײַן טױטן; קײנער פֿון אונדז װעט נישט פֿאַרמײַדן זײַן קבֿר פֿון דיר, אױף צו באַגראָבן דײַן טױטן.
7איז אבֿרהם אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געבוקט צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, צו די קינדער פֿון חֵת. 8און ער האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב עס איז אײַער װילן צו באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר, הערט מיך צו, און בעט פֿאַר מיר בײַ עֶפֿרוֹן דעם זון פֿון צוֹחַרן, 9ער זאָל מיר געבן די הײל פֿון מַכפֵּלָה װאָס געהערט צו אים, װאָס אין עק פֿון זײַן פֿעלד; אין פֿולן געלט זאָל ער עס מיר געבן צװישן אײַך פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום.
10און עֶפֿרוֹן איז געזעסן צװישן די קינדער פֿון חֵת; האָט עֶפֿרוֹן דער חִתּי געענטפֿערט אבֿרהמען אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט, אַזױ צו זאָגן: 11נײן, מײַן האַר, הער מיך צו: דאָס פֿעלד שענק איך דיר, אױך די הײל װאָס דרינען שענק איך דיר; פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון מײַן פֿאָלק שענק איך עס דיר; באַגראָב דײַן טױטן.
12האָט אבֿרהם זיך געבוקט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, 13און ער האָט גערעדט צו עֶפֿרונען אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, אַזױ צו זאָגן: װען דו װאָלסט מיך נאָר צוהערן! איך גיב דאָס געלט פֿאַרן פֿעלד, נעם עס פֿון מיר, און איך װעל דאָרטן באַגראָבן מײַן טױטן.
14האָט עֶפֿרוֹן געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 15הער מיך צו, מײַן האַר, לאַנד אין פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, װאָס איז דאָס צװישן מיר און צװישן דיר? און דײַן טױטן באַגראָב.
16האָט אבֿרהם צוגעהערט צו עֶפֿרונען, און אבֿרהם האָט אָפּגעװױגן עֶפֿרונען דאָס זילבער, װאָס ער האָט געזאָגט אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, גאַנגבאַר בײַם סוחר. 17אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד פֿון עֶפֿרונען, װאָס אין מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא, דאָס פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, און אַלע בײמער װאָס אױפֿן פֿעלד, װאָס אין זײַן גאַנצן געמאַרק רונד אַרום, 18דער אײַנקױף פֿון אבֿרהמען, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט. 19און דערנאָך האָט אבֿרהם באַגראָבן זײַן װײַב שׂרהן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה פֿאַר מַמרֵא, דאָס איז חֶבֿרוֹן, אין לאַנד כּנַעַן. 20אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד, און די הײל װאָס דרינען, בײַ אבֿרהמען פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון די קינדער פֿון חֵת.
Currently Selected:
ברֵאשִית כג: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh