YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית כה

כה
1און אבֿרהם האָט װידער גענומען אַ װײַב, און איר נאָמען איז געװען קטורָה. 2און זי האָט אים געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. 3און יָקשָן האָט געבאָרן שבֿאָן, און דדָנען. און די קינדער פֿון דדָנען זײַנען געװען אַשורים, און לטושים, און לְאומים. 4און די זין פֿון מִדיָנען זײַנען געװען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה, די אַלע זײַנען געװען די קינדער פֿון קטורָהן.
5און אבֿרהם האָט אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט צו יִצחָקן. 6און צו די זין פֿון די קעפּסװײַבער װאָס אבֿרהם האָט געהאַט, האָט אבֿרהם געגעבן מתָּנות, און האָט זײ אַװעקגעשיקט פֿון זײַן זון יִצחָקן, װען ער האָט נאָך געלעבט, קײן מזרח אין מזרח-לאַנד.
7און דאָס זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון אבֿרהמס לעבן װאָס ער האָט געלעבט: הונדערט יאָר און פֿינף יאָר און זיבעציק יאָר. 8און אבֿרהם איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, אַלט און זאַט מיט יאָרן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. 9און יִצחָק און יִשמָעֵאל, זײַנע זין, האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון מַכפֵּלָה, אין דעם פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם זון פֿון צוֹחַר דעם חִתּי, װאָס פֿאַר מַמרֵא; 10דאָס פֿעלד װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט פֿון די קינדער פֿון חֵת, דאָרטן איז באַגראָבן געװאָרן אבֿרהם, און זײַן װײַב שׂרה.
11און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען, האָט אלֹקים געבענטשט זײַן זון יִצחָקן. און יִצחָק איז געזעסן בײַ באֵר-לַחַי-רוֹאי.
12און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, װאָס הָגָר די מִצרית, די דינסט פֿון שׂרהן, האָט געבאָרן אבֿרהמען. 13און דאָס זײַנען די נעמען פֿון יִשמָעֵאלס זין, נאָך זײערע נעמען, לױט זײערע געבורטן: דער בכוֹר פֿון יִשמָעֵאלן, נבָֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם; 14און מִשמָע, און דומָה, און מַשׂאָ; 15חַדַר, און תֵּימאָ, איטור, נָפֿיש און קֵדמָה. 16דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן, און דאָס זײַנען זײערע נעמען אין זײערע דערפֿער, און אין זײערע לאַגערן; צװעלף פֿירשטן לױט זײערע פֿעלקער. – 17און דאָס זײַנען די יאָרן פֿון יִשמָעֵאלס לעבן: הונדערט יאָר און זיבן יאָר און דרײַסיק יאָר. און ער איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. – 18און זײ האָבן געװױנט פֿון חַוִילָה ביז שור װאָס פֿאַר מִצרַיִם, װי דו גײַסט קײן אשור; אין געזיכט פֿון אַלע זײַנע ברידער האָט ער זיך באַזעצט.
תּוֹלְדֹת
19און דאָס איז די געשיכטע פֿון יִצחָק, אבֿרהמס זון: אבֿרהם האָט געבאָרן יִצחָקן. 20און יִצחָק איז געװען פֿערציק יאָר אַלט, װען ער האָט זיך גענומען רבקה, די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם אַרַמי פֿון פַּדַן-אַרָם, די שװעסטער פֿון לָבָֿן דעם אַרַמי, פֿאַר אַ װײַב. 21און יִצחָק האָט געבעטן צו ה׳ פֿון װעגן זײַן װײַב, װאָרום זי איז געװען אַן עקרה; און ה׳ האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און רבקה זײַן װײַב איז טראָגעדיק געװאָרן.
22און די קינדער האָבן זיך געשטױסן אין איר, און זי האָט געזאָגט: אױב אַזױ, נאָך װאָס דען לעב איך? און זי איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ ה׳. 23און ה׳ האָט צו איר געזאָגט:
צװײ אומות זײַנען אין דײַן לײַב,
און צװײ פֿעלקער װעלן זיך פֿון דײַנע אינגעװײד צעשײדן,
און אַ פֿאָלק פֿון אַ פֿאָלק װעט זײַן שטאַרקער,
און דער עלטערער װעט דינען דעם ייִנגערן.
24און אַז אירע טעג זײַנען פֿול געװאָרן צום געװינען, ערשט אַ צװילינג איז אין איר לײַב. 25און דער ערשטער איז אַרױסגעקומען אַ רױטער, אין גאַנצן אַזױ װי אַ האָריקער מאַנטל; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען עֵשָׂו. 26און דערנאָך איז אַרױסגעקומען זײַן ברודער, און זײַן האַנט האָט צוגעהאַלטן דעם טריט פֿון עֵשָׂון; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען יעקבֿ. און יִצחָק איז געװען זעכציק יאָר אַלט בײַ זײער געבאָרן װערן.
27און די ייִנגלעך זײַנען אױפֿגעװאַקסן; און עֵשָׂו איז געװען אַ מענטש געניט אין געיעג, אַ פֿעלדמענטש, און יעקבֿ איז געװען אַ שטילער מענטש װאָס זיצט אין געצעלטן. 28און יִצחָק האָט ליב געהאַט עֵשָׂון, װײַל דאָס געפֿאַנג איז אים געװען צום מױל; און רבקה האָט ליב געהאַט יעקבֿן.
29האָט יעקבֿ אײן מאָל געקאָכט אַ געקעכטס, און עֵשָׂו איז אָנגעקומען פֿון פֿעלד, און ער איז געװען פֿאַרשמאַכט. 30האָט עֵשָׂו געזאָגט צו יעקבֿן: לאָז מיך אַ שלונג טאָן, איך בעט דיך, פֿון דעם דאָזיקן רױטן-רױטן, װאָרום איך בין פֿאַרשמאַכט; דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען אֶדוֹם. 31האָט יעקבֿ געזאָגט: פֿאַרקױף מיר אַקאָרשט דײַן בכוֹרה. 32האָט עֵשָׂו געזאָגט: זע, איך גײ צום שטאַרבן, און צו װאָס מיר דען בכוֹרה? 33האָט יעקבֿ געזאָגט: שװער מיר אַקאָרשט. האָט ער אים געשװאָרן, און ער האָט פֿאַרקױפֿט זײַן בכוֹרה צו יעקבֿן. 34און יעקבֿ האָט געגעבן עֵשָׂון ברױט און געקעכטס פֿון לינדזן; און ער האָט געגעסן און געטרונקען, און איז אױפֿגעשטאַנען און אַװעקגעגאַנגען. אַזױ האָט עֵשָׂו פֿאַראַכט {בזה}#יְשַעְיָה 53‏.3 די בכוֹרה.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in