ברֵאשִית כו
כו
1און עס איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, אַחוץ דעם פֿריערדיקן הונגער, װאָס איז געװען אין די טעג פֿון אבֿרהמען; און יִצחָק איז געגאַנגען צו אַבֿימֶלֶך דעם מלך פֿון די פּלִשתּים, קײן גרָר. 2און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים, און האָט געזאָגט: זאָלסט נישט נידערן קײן מִצרַיִם, װױן אין דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר זאָגן. 3האַלט זיך אױף אין דעם דאָזיקן לאַנד, און איך װעל זײַן מיט דיר, און װעל דיך בענטשן; װאָרום צו דיר און צו דײַן זאָמען װעל איך געבן אַלע די דאָזיקע לענדער, און איך װעל מקײם זײַן די שבֿועה װאָס איך האָב געשװאָרן צו דײַן פֿאָטער אבֿרהמען. 4און איך װעל מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און װעל געבן צו דײַן זאָמען אַלע די דאָזיקע לענדער; און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען#26.4 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד; 5דערפֿאַר װאָס אבֿרהם האָט צוגעהערט צו מײַן קֹול, און האָט געהיט מײַן היטונג, מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, און מײַנע לערנונגען.
6און יִצחָק האָט זיך באַזעצט אין גרָר. 7האָבן די מענטשן פֿון דעם אָרט געפֿרעגט װעגן זײַן װײַב, און ער האָט געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער; װאָרום ער האָט מורא געהאַט צו זאָגן: מײַן װײַב; טאָמער װעלן די מענטשן פֿון דעם אָרט מיך הרגען איבער רבקהן, װײַל זי איז שײן פֿון אױסזען.
8און עס איז געװען, אַז ער איז דאָרטן אָפּגעװען אַ לאַנגע צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך דער מלך פֿון די פּלִשתּים אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און געזען, ערשט יִצחָק שטיפֿט מיט זײַן װײַב רבקהן. 9האָט אַבֿימֶלֶך גערופֿן יִצחָקן, און האָט געזאָגט: זי איז דאָך גאָר דײַן װײַב, און װי אַזױ האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער? האָט יִצחָק צו אים געזאָגט: װײַל איך האָב געקלערט: איך װעל נאָך אומקומען איבער איר. 10האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז? שיר-שיר װאָלט אײנער פֿון פֿאָלק געלעגן מיט דײַן װײַב, און װאָסלט געבראַכט אױף אונדז אַ שולד.
11און אַבֿימֶלֶך האָט באַפֿױלן דעם גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: דער װאָס רירט אָן דעם דאָזיקן מאַן אָדער זײַן װײַב, װעט טײטן געטײט װערן.
12און יִצחָק האָט געזײט אין יענעם לאַנד, און האָט געקריגן אין יענעם יאָר הונדערט מאָל אַזױ פֿיל; און ה׳ האָט אים געבענטשט. 13און דער מאַן איז געװאָרן רײַך, און איז נאָכאַנאַנד רײַכער געװאָרן, ביז ער איז געװאָרן זײער רײַך. 14און ער האָט געהאַט סטאַדעס שאָף, און סטאַדעס רינדער, און פֿיל קנעכט; און די פּלִשתּים האָבן אים מקנא געװען. 15און אַלע ברונעמער װאָס די קנעכט פֿון זײַן פֿאָטער האָבן געגראָבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, האָבן די פּלִשתּים זײ פֿאַרשטאָפּט, און זײ אָנגעפֿילט מיט ערד. 16און אַבֿימֶלֶך האָט געזאָגט צו יִצחָקן: גײ אַװעק פֿון אונדז, װאָרום ביסט פֿיל מאַכטיקער פֿון אונדז.
17איז יִצחָק אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט געלאַגערט אין טאָל פֿון גרָר, און האָט זיך דאָרטן באַזעצט. 18און יִצחָק האָט װידער אױפֿגעגראָבן די װאַסערברונעמער װאָס מע האָט געגראָבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און די פּלִשתּים האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט נאָך דעם טױט#יְשַעְיָה 53.10 פֿון אבֿרהמען; און ער האָט זײ גערופֿן מיט נעמען אַזױ װי די נעמען װאָס זײַן פֿאָטער האָט זײ גערופֿן. 19און די קנעכט פֿון יִצחָקן האָבן געגראָבן אין טאָל, און האָבן דאָרטן געפֿונען אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער. 20האָבן זיך געקריגט די פּאַסטוכער פֿון גרָר מיט די פּאַסטוכער פֿון יִצחָקן, אַזױ צו זאָגן: אונדז געהערט דאָס װאַסער. און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם ברונעם עֵשֶׂק, װײַל זײ האָבן זיך געעֵסֶקט מיט אים. 21און זײ האָבן געגראָבן אַן אַנדער ברונעם, און האָבן זיך איבער אים אױך געקריגט. און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען שִׂטנָה. 22און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן, און האָט געגראָבן אַן אַנדער ברונעם; און זײ האָבן זיך איבער אים נישט געקריגט. האָט ער גערופֿן זײַן נאָמען רחוֹבֿוֹת, װײַל ער האָט געזאָגט: אַצונד האָט אונדז ה׳ געגעבן רַחבות, און מיר װעלן װאַקסן אין לאַנד.
23און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן באֵר-שֶבַֿע. 24און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים אין יענער נאַכט, און האָט געזאָגט: איך בין דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער אבֿרהמען; זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר, און איך װעל דיך בענטשן, און װעל מערן דײַן זאָמען, פֿון מײַן קנעכט אבֿרהמס װעגן.
25האָט ער דאָרטן געבױט אַ מזבח, און ער האָט גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳; און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט. און די קנעכט פֿון יִצחָקן האָבן דאָרטן געגראָבן אַ ברונעם.
26און אַבֿימֶלֶך איז געגאַנגען צו אים פֿון גרָר, מיט אַחוזַת זײַן גוטן פֿרײַנט, און פּיכול דעם האַר פֿון זײַן חיל. 27האָט יִצחָק צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס זײַט איר געקומען צו מיר, אַז איר זײַט מיר שָׂונאים, און האָט מיך אַרױסגעשיקט פֿון אײַך? 28האָבן זײ געזאָגט: זען האָבן מיר געזען אַז ה׳ איז מיט דיר, און מיר האָבן געזאָגט: זאָל-זשע זײַן אַ שבֿועה צװישן אונדז, צװישן אונדז און צװישן דיר, און לאָמיר שליסן {כרת}#26.28 זען הערה דָניאֵל 9.25-26 אַ בְּרִית מיט דיר. 29אױב דו װעסט טאָן מיט אונדז בײז! אַזױ װי מיר האָבן דיך נישט אָנגערירט, און אַזױ װי מיר האָבן מיט דיר רק גוטס געטאָן, און מיר האָבן דיך אַװעקגעלאָזט בשלום. אַצונד ביסטו אַ געבענטשטער פֿון ה׳.
30האָט ער געמאַכט פֿאַר זײ אַ מאָלצײַט, און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען. 31און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײ האָבן געשװאָרן אײנער דעם אַנדערן, און יִצחָק האָט זײ אַרױסבאַלײט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון אים בשלום.
32און עס איז געװען אין יענעם טאָג, זײַנען געקומען די קנעכט פֿון יִצחָקן, און האָבן אים דערצײלט װעגן אַ ברונעם װאָס זײ האָבן געגראָבן, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: מיר האָבן געפֿונען װאַסער.
33האָט ער אים גערופֿן שִבְעָה. דערום איז דער נאָמען פֿון דער שטאָט באֵר-שֶבַֿע ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
34און אַז עֵשָׂו איז געװען פֿערציק יאָר אַלט, האָט ער גענומען פֿאַר אַ װײַב יהודית די טאָכטער פֿון באֵרי דעם חִתּי, און בשׂמַת די טאָכטער פֿון אֵילוֹן דעם חִתּי. 35און זײ זײַנען געװען אַ האַרצביטערניש פֿאַר יִצחָקן און פֿאַר רבקהן.
Currently Selected:
ברֵאשִית כו: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh