ברֵאשִית לד
לד
1און דינה די טאָכטער פֿון לאהן, װאָס זי האָט געבאָרן יעקבֿן, איז אַרױסגעגאַנגען זען די טעכטער פֿון לאַנד. 2האָט שכֶם דער זון פֿון חַמוֹר דעם חִוִי, דעם פֿירשט פֿון לאַנד, זי דערזען, און ער האָט זי גענומען, און איז געלעגן מיט איר, און האָט זי געפּײַניקט. 3און זײַן זעל האָט זיך באַהעפֿט אָן יעקבֿס טאָכטער דינהן, און ער האָט ליב געקריגן די מײדל, און ער האָט גערעדט צום האַרצן פֿון דער מײדל. 4און שכֶם האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער חַמוֹרן, אַזױ צו זאָגן: נעם מיר די דאָזיקע מײדל פֿאַר אַ װײַב.
5און יעקבֿ האָט געהערט אַז ער האָט פֿאַראומרײניקט זײַן טאָכטער דינהן, װען זײַנע זין זײַנען געװען מיט זײַן פֿיך אין פֿעלד; האָט יעקבֿ געשװיגן ביז זײ זײַנען געקומען.
6און חַמוֹר דער פֿאָטער פֿון שכֶמען איז אַרױסגעקומען צו יעקבֿן, צו רעדן מיט אים. 7און די זין פֿון יעקבֿן זײַנען געקומען פֿון פֿעלד, װי זײ האָבן עס געהערט; און די מענער האָבן זיך געקלעמט, און זײ האָט שטאַרק געברענט װאָס ער האָט באַגאַנגען אַ נבָֿלָה אַקעגן יִשׂרָאֵל, צו ליגן מיט דער טאָכטער פֿון יעקבֿן, װאָס אַזױ-װאָס טאָר נישט געטאָן װערן.
8און חַמוֹר האָט גערעדט מיט זײ, אַזױ צו זאָגן: די זעל פֿון מײַן זון שכֶמען גלוסט נאָך אײַער טאָכטער. גיט זי אים, איך בעט אײַך, פֿאַר אַ װײַב. 9און זײַט זיך מתחתּן מיט אונדז; אײַערע טעכטער װעט איר אונדז געבן, און אונדזערע טעכטער װעט איר אײַך נעמען. 10און איר װעט זיך באַזעצן בײַ אונדז, און דאָס לאַנד װעט ליגן פֿאַר אײַך; זיצט און פֿאַרקערט דרינען און באַפֿעסטיקט אײַך אין איר. 11און שכֶם האָט געזאָגט צו איר פֿאָטער און צו אירע ברידער: לאָמיך געפֿינען חֵן אין אײַערע אױגן, און װאָס איר װעט מיר זאָגן, װעל איך געבן. 12מערט אױף מיר נדן און מתָּנות ביז גאָר, און איך װעל געבן אַזױ װי איר װעט מיר זאָגן, נאָר גיט מיר די מײדל פֿאַר אַ װײַב.
13האָבן די זין פֿון יעקבֿן געענטפֿערט שכֶמען און זײַן פֿאָטער חַמוֹרן מיט באַטרוג, און זײ האָבן גערעדט – װײַל ער האָט פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער דינהן – 14און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: מיר קענען נישט טאָן די דאָזיקע זאַך, צו געבן אונדזער שװעסטער צו אַ מאַן װאָס איז אומבאַשניטן, װאָרום דאָס איז אַ חרפּה פֿאַר אונדז. 15נאָר מיט דעם באַדינג װעלן מיר אײַנװיליקן צו אײַך: אױב איר װעט װערן אַזױ װי מיר, אַז בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 16דענצמאָל װעלן מיר אײַך געבן אונדזערע טעכטער, און אײַערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען, און מיר װעלן זיך באַזעצן בײַ אײַך, און װערן אײן {אֶחָד}#34.16 זען הערה דְבָֿרִים 6.4 פֿאָלק. 17אָבער אַז איר װעט נישט צוהערן צו אונדז, אײך צו באַשנײַדן, װעלן מיר נעמען אונדזער טאָכטער, און מיר װעלן אַװעקגײן.
18און זײערע װערטער זײַנען װױל געפֿעלן אין די אױגן פֿון חַמוֹרן, און אין די אױגן פֿון שכֶם דעם זון פֿון חַמוֹרן. 19און דער יונג האָט נישט געזאַמט צו טאָן די זאַך, װאָרום ער האָט געגאַרט נאָך דער טאָכטער פֿון יעקבֿן; און ער איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון זײַן פֿאָטער. 20און חַמוֹר און זײַן זון שכֶם זײַנען געקומען צום טױער פֿון זײער שטאָט, און האָבן גערעדט צו די מענטשן פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: 21די דאָזיקע מענטשן זײַנען אין שלום מיט אונדז; זאָלן זײ זיך באַזעצן אין לאַנד, און פֿאַרקערן דרינען; װאָרום זעט, דאָס לאַנד ליגט געראַם אין אָרט פֿאַר זײ. זײערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען פֿאַר װײַבער, און אונדזערע טעכטער װעלן מיר זײ געבן. 22אָבער נאָר מיט דעם באַדינג װעלן די מענטשן אײַנװיליקן צו אונדז זיך צו באַזעצן בײַ אונדז, צו װערן אײן {אֶחָד}#34.22 זען הערה דְבָֿרִים 6.4 פֿאָלק, אַז בײַ אונדז זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן, אַזױ װי זײ זײַנען געמַלט. 23זײער פֿיך, און זײער אײגנס, און אַלע זײערע בהמות, װעלן דאָך זײַן אונדזערע; זאָלן מיר נאָר אײַנװיליקן צו זײ, און זײ זאָלן זיך באַזעצן בײַ אונדז.
24האָבן אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון זײַן שטאָט צוגעהערט צו חַמוֹרן און צו זײַן זון שכֶמען, און אַלע מאַנספּאַרשױנען זײַנען געמַלט געװאָרן, אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון זײַן שטאָט.
25און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג,#34.25 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1.13; 22.4; 31.22; 34.25; 40.20; 42.18 וַיִּקְרָא 7.17; 19.6-7; 23.10-11 במִדְבר 7.24; 19.12; 19.19 יְהוֹשועַ 9.17 הוֹשֵעַ 6.2 שְמוֹת 19.11-16 שוֹפֿטִים 20.30 עֶזְרָא 6.15 יוֹנָה 2.1 שְמוּאֵל א 20.12; 30.1 שְמוּאֵל ב 1.2מְלָכִים א 3.18; 12.12 מְלָכִים ב 20.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12.10 אֶסתֵּר 5.1. װען זײ זײַנען געװען אין װײטאָק, האָבן יעקבֿס צװײ זין, שמעון און לֵוִי, די ברידער פֿון דינהן, גענומען איטלעכער זײַן שװערד, און זײ זײַנען געקומען זיכערערהײט אױף דער שטאָט, און האָבן אױסגעהרגעט אַלע מאַנספּאַרשױנען. 26אױך חַמוֹרן און זײַן זון שכֶמען האָבן זײ געהרגעט מיטן שאַרף פֿון שװערד; און זײ האָבן צוגענומען דינהן פֿון שכֶמס הױז, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען. 27זײַנען די זין פֿון יעקבֿן געקומען אױף די דערשלאָגענע, און האָבן אױסגערױבט די שטאָט, װײַל זײ האָבן פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער; 28זײערע שאָף און זײערע רינדער און זײערע אײזלען, סײַ װאָס אין שטאָט, סײַ װאָס אין פֿעלד, האָבן זײ צוגענומען; 29און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, און אַלע זײערע קלײנע קינדער און זײערע װײַבער, האָבן זײ געפֿאַנגען און אַװעקגערױבט – אַלץ װאָס אין הױז.
30האָט יעקבֿ געזאָגט צו שמעונען און צו לֵוִין: איר האָט מיך פֿאַראומגליקט, מיך צו פֿאַרמיאוסן בײַ דעם באַװױנער פֿון לאַנד, בײַ דעם כּנַעֲני און בײַ דעם פּרִזי; װאָרום איך בין אַ הײַפֿל מענטשן, און זײ װעלן זיך אױפֿקלײַבן אַקעגן מיר, און װעלן מיך שלאָגן, און איך און מײַן הױז װעלן פֿאַרטיליקט װערן. 31האָבן זײ געזאָגט: זאָל מען אַזױ װי מיט אַ זוֹנה זיך באַגײן מיט אונדזער שװעסטער?
Currently Selected:
ברֵאשִית לד: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh