YouVersion Logo
Search Icon

ברֵאשִית לה

לה
1און אלֹקים האָט געזאָגט צו יעקבֿן: שטײ אױף, גײ אַרױף קײן בֵית-אֵל און זיץ דאָרטן, און מאַך דאָרטן אַ מזבח צו דעם אֵל װאָס האָט זיך באַװיזן צו דיר בײַ דײַן אַנטלױפֿן פֿון דײַן ברודער עֵשָׂון.
2האָט יעקבֿ געזאָגט צו זײַן הױזגעזינט, און צו אַלע װאָס מיט אים: טוט אָפּ די פֿרעמדע ג-טער װאָס צװישן אײַך, און רײניקט אײַך, און בײַט איבער אײַערע קלײדער. 3און לאָמיר אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן קײן בֵית-אֵל, און איך װעל דאָרטן מאַכן אַ מזבח צו דעם אֵל װאָס האָט מיר געענטפֿערט אין טאָג פֿון מײַן נױט, און איז געװען מיט מיר אױף דעם װעג װאָס איך בין געגאַנגען.
4האָבן זײ אָפּגעגעבן יעקבֿן אַלע פֿרעמדע ג-טער װאָס אין זײער האַנט, און די אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן; און יעקבֿ האָט זײ באַהאַלטן אונטער דעם אײכנבױם װאָס בײַ שכֶם. 5און זײ האָבן אַװעקגעצױגן; און אַ שרעק פֿון אלֹקים איז געװען אױף די שטעט װאָס אַרום זײ, און זײ האָבן נישט נאָכגעיאָגט די זין פֿון יעקבֿן.
6און יעקבֿ איז געקומען קײן לוז װאָס אין לאַנד כּנַעַן – דאָס איז בֵית-אֵל – ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים. 7און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט גערופֿן דעם אָרט אֵל-בֵית-אֵל, װאָרום דאָרטן האָט זיך האלֹקים אַנטפּלעקט צו אים בײַ זײַן אַנטלױפֿן פֿון זײַן ברודער.
8און דבֿוֹרה, רבקהס נאַם, איז געשטאָרבן, און זי איז באַגראָבן געװאָרן אונטער בֵית-אֵל, אונטער דעם אײכנבױם; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אַלוֹן-בכות.
9און אלֹקים האָט זיך װידער באַװיזן צו יעקבֿן בײַ זײַן קומען פֿון פַּדַן-אַרָם, און ער האָט אים געבענטשט. 10און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: דײַן נאָמען איז יעקבֿ; זאָל מער נישט גערופֿן װערן דײַן נאָמען יעקבֿ, נײַערט יִשׂרָאֵל זאָל זײַן דײַן נאָמען; און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען יִשׂרָאֵל. 11און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: איך בין אֵל שַדַי, פֿרוכפּער דיך און מער דיך; אַ פֿאָלק און אַ געזעמל פֿעלקער זאָל װערן פֿון דיר, און מלכים זאָלן אַרױסגײן פֿון דײַנע לענדן. 12און דאָס לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אבֿרהמען און יִצחָקן, דיר װעל איך עס געבן, און דײַן זאָמען נאָך דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד.
13און אלֹקים האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אים אין דעם אָרט װוּ ער האָט מיט אים גערעדט. 14און יעקבֿ האָט אױפֿגעשטעלט אַ זײַל אױף דעם אָרט װוּ ער האָט מיט אים גערעדט, אַ זײַל פֿון שטײן, און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אױף אים אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}, און געגאָסן אױף אים אײל. 15און יעקבֿ האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט װאָס אלֹקים האָט גערעדט מיט אים דאָרטן, בֵית-אֵל.
16און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון בֵית-אֵל. און װען עס איז נאָך געװען אַ שטרעק לאַנד צו קומען קײן אֶפֿרָת, איז רחל געגאַנגען צו קינד, און זי האָט געהאַט אַ שװערע געבורט. 17און עס איז געװען, אין איר שװערער געבורט, האָט די הײבאַם צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרום אױך דאָס איז דיר אַ זון. 18און עס איז געװען, װען איר נשמה איז אױסגעגאַנגען, בעת זי איז געשטראָבן, האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען בן-אוֹני; אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים גערופֿן בנימין.
19און רחל איז געשטאָרבן, און זי איז באַגראָבן געװאָרן אױפֿן װעג קײן אֶפֿרָת, דאָס איז בֵית-לֶחֶם. 20און יעקבֿ האָט געשטעלט אַ מצבֿה אױף איר קבֿר; דאָס איז די מצבֿה פֿון רחלס קבֿר ביז אױף הײַנט.
21און יִשׂרָאֵל האָט אַװעקגעצױגן, און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט פֿון יענער זײַט מִגדַל-עֵדֶר.
22און עס איז געװען װען יִשׂרָאֵל האָט געװױנט אין יענעם לאַנד, איז געגאַנגען ראובֿן און איז געלעגן מיט בִלהָה, זײַן פֿאָטערס קעפּסװײַב;#שִיר הַשִירִים 6‏.8 און יִשׂרָאֵל האָט עס געהערט. און די זין פֿון יעקבֿן זײַנען געװען צװעלף: 23די זין פֿון לאהן: יעקבֿס בכוֹר ראובֿן, און שמעון, און לֵוִי, און יהוּדה, און יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון; 24די זין פֿון רחלען: יוֹסף און בנימין; 25און די זין פֿון בִלהָה, רחלס דינסט: דָן און נַפֿתָּלי; 26און די זין פֿון זִלפָּה, לאהס דינסט: גָד און אָשֵר. דאָס זײַנען די זין פֿון יעקבֿן, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין פַּדַן-אַרָם.
27און יעקבֿ איז געקומען צו זײַן פֿאָטער יִצחָקן קײן מַמרֵא, קײן קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – װאָס דאָרטן האָט געװױנט אבֿרהם און יִצחָק.
28און די טעג פֿון יִצחָקן זײַנען געװען הונדערט יאָר און אַכציק יאָר.
29און יִצחָק איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן, און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק, אַלט און זאַט מיט טעג. און עֵשָׂו און יעקבֿ זײַנע זין האָבן אים באַגראָבן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in