ברֵאשִית לו
לו
1און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂון, דאָס איז אֶדוֹם. 2עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן: עָדָה די טאָכטער פֿון אֵילוֹן דעם חִתּי, און אָהליבָֿמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן, די טאָכטער פֿון צִבֿעוֹן דעם חִוִי; 3און בשׂמַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאלן, די שװעסטער פֿון נבָֿיוֹתן. 4און עָדָה האָט עֵשָׂון געבאָרן אֶליפַֿזן; און בשׂמַת האָט געבאָרן רְעואֵלן; 5און אָהליבָֿמָה האָט געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קֹרַחן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂון, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין לאַנד כּנַעַן.
6און עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער, און זײַנע זין און זײַנע טעכטער, און אַלע נפֿשות פֿון זײַן הױזגעזינט, און זײַן פֿיך, און אַלע זײַנע בהמות, און זײַן גאַנץ אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין לאַנד כּנַעַן, און ער איז אַװעקגעגאַנגען אין אַ לאַנד, אַװעק פֿון זײַן ברודער יעקבֿן. 7װאָרום זײער פֿאַרמעג איז געװען צו גרױס אױף צו זיצן בײַנאַנד, און דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפֿט האָט זײ נישט געקענט טראָגן פֿון װעגן זײער פֿיך. 8האָט עֵשָׂו זיך באַזעצט אױפֿן באַרג שֵׂעִיר; עֵשָׂו דאָס איז אֶדוֹם.
9און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂו דעם פֿאָטער פֿון אֶדוֹם אױפֿן באַרג שֵׂעִיר. 10דאָס זײַנען די נעמען פֿון עֵשָׂוס זין: אֶליפַֿז דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן, רְעואֵל דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 11און די זין פֿון אֶליפַֿזן זײַנען געװען: תֵּימָן, אוֹמָר, צפוֹ, און גַעְתָּם, און קנַז. 12און תִּמנַע איז געװען אַ קעפּסװײַב#שִיר הַשִירִים 6.8 פֿון עֵשָׂוס זון אֶליפַֿזן, און זי האָט אֶליפַֿזן געבאָרן עַמָלֵקן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן. 13און דאָס זײַנען די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, און זֶרַח, שַמָה, און מִזָה. דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 14און דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן, דער טאָכטער פֿון צִבֿעוֹנען; זי האָט עֵשָׂון געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קֹרַחן.
15דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די קינדער פֿון עֵשָׂו: די קינדער פֿון עֵשָׂוס בכוֹר אֶליפַֿזן: דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון אוֹמָר, דער פֿירשט פֿון צפוֹ, דער פֿירשט פֿון קנַז, 16דער פֿירשט פֿון קֹרַח, דער פֿירשט פֿון גַעְתָּם, דער פֿירשט פֿון עַמָלֵק. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶליפַֿז אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עָדָהן. 17און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס זון רְעואֵלן: דער פֿירשט פֿון נַחַת, דער פֿירשט פֿון זֶרַח, דער פֿירשט פֿון שַמָה, דער פֿירשט פֿון מִזָה. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון רְעואֵל אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן. 18און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָהן: דער פֿירשט פֿון יְעוש, דער פֿירשט פֿון יַעְלָם, דער פֿירשט פֿון קֹרַח; דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָֿמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן. 19דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂו, און דאָס זײַנען זײערע פֿירשטן; דאָס איז אֶדוֹם.
20דאָס זײַנען די זין פֿון שֵׂעִיר דעם חוֹרי, די באַװױנער פֿון לאַנד: לוֹטָן, און שוֹבָֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, 21און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן, דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די חוֹרים, די קינדער פֿון שֵׂעִיר אין לאַנד אֶדוֹם. 22און די זין פֿון לוֹטָנען זײַנען געװען חוֹרי און הֵימָם. און לוֹטָנס שװעסטער איז געװען תִּמנַע. 23און דאָס זײַנען די זין פֿון שוֹבָֿלן: עַלוָן, און מָנַחַת, און עֵיבֿל, שפוֹ, און אוֹנָם. 24און דאָס זײַנען די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה און עַנָה. דאָס איז דער עַנָה װאָס האָט געפֿונען די הײסע קװאַלן אין דער מדבר, װען ער האָט געפֿיטערט די אײזלען פֿון זײַן פֿאָטער צִבֿעוֹנען. 25און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עַנָהן: דִשוֹן, און אָהליבָֿמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן. 26און דאָס זײַנען די זין פֿון דישָנען: חֶמדָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כּרָן. 27דאָס זײַנען די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, און עַקָן. 28דאָס זײַנען די זין פֿון דישָנען: עוץ און אַרָן.
29דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון דעם חוֹרי: דער פֿירשט פֿון לוֹטָן, דער פֿירשט פֿון שוֹבָֿל, דער פֿירשט פֿון צִבֿעוֹן, דער פֿירשט פֿון עַנָה, 30דער פֿירשט פֿון דִשוֹן, דער פֿירשט פֿון אֵצֶר, דעם פֿירשט פֿון דישָן. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון די חוֹרים, לױט זײערע פֿירשטן אין לאַנד שֵׂעִיר.
31און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם, אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 32עס האָט געקיניגט אין אֶדוֹם בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה. 33איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.33 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בָצרָה. 34איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.34 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני. 35איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.35 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית. 36איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.36 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה. 37איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.37 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך. 38איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.38 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן. 39איז בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט#36.39 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. האָט געקיניגט הַדַר; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעו; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן.
40און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די פֿירשטן פֿון עֵשָׂו, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע ערטער, מיט זײערע נעמען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת, 41דער פֿירשט פֿון אָהליבָֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן, 42דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר, 43דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם לױט זײערע װױנערטער, אין דעם לאַנד פֿון זײער אײגנטום. דאָס איז עֵשָׂו דער פֿאָטער פֿון אֶדוֹם.
Currently Selected:
ברֵאשִית לו: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh