לוקאס 10
10
קאפיטל צען
1און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען. 2און האט צו זיי געזאגט: דער שניט איז גרויס, די ארבעטער אבער זענען ווייניק; בעט זשע דעם האר פונם שניט, אז ער זאל שיקן ארבעטער צו זיין שניט! 3גייט! זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. 4טראגט נישט קיין בייטל, נישט קיין טאש, נישט קיין שיך; און גיט קיינעם נישט אפ שלום אויפן וועג. 5וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א הויז, זאלט איר צום ערשט זאגן: שלום צו דעם דאזיקן הויז! 6און אויב דארטן איז דא א בן שלום, וועט אייער פרידן רוען אויף אים; אויב אבער נישט, וועט ער זיך אומקערן צו אייך. 7און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז. 8און אין וועלכער עס איז שטאט איר קומט אריין, און זיי נעמען אייך אויף, זאלט איר עסן וואס מען לייגט פאר אייך אנידער; 9און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך! 10וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א שטאט, און זיי וועלן אייך נישט אויפנעמען, זאלט איר ארויסגיין אויף אירע גאסן און זאגן: 11אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט. 12איך זאג אייך, אז פאר סדום וועט עס זיין דערטרעגלעכער אין יענעם טאג ווי פאר יענער שטאט. 13וויי איז צו דיר, כורזין! וויי איז צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין אייך, וואלטן זיי שוין לאנג געזעסן אין זאק און אין אש און תשובה געטאן. 14דאך וועט פאר צור און צידון זיין דערטרעגלעכער אינם משפט, ווי פאר אייך. 15און דו כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהויכט? ביז צום שאול תחתית וועסטו אראפנידערן! 16ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
17און די זיבעציק האבן זיך אומגעקערט מיט פרייד, אזוי צו זאגן: האר, אפילו די בייזע גייסטער זענען אונטערטעניק צו אונדז אין דיין נאמען! 18ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל. 19זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן. 20דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל!
21און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר. 22אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן. 23און אויסדרייענדיק זיך צו די תלמידים האט ער געזאגט צו זיי אליין: געבענטשט זענען די אויגן, וועלכע זען, וואס איר זעט; 24ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
25און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? 26און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? 27האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג‑ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) 28האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן. 29ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר? 30האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן. 31און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 32און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 33א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט 34און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט. 35און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן. 36ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים? 37און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!
38און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין. 39און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט. 40מרתא אבער האט זיך זייער געפארעט איבער א סך באדינען; און זי איז צוגעקומען און געזאגט: האר, עס קימערט דיך נישט וואס מיין שוועסטער האט מיך איבערגעלאזט איינע אליין צו באדינען? זאג זשע איר, אז זי זאל מיר צוהעלפן. 41און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן; 42אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן!
Επιλέχθηκαν προς το παρόν:
לוקאס 10: OYBC
Επισημάνσεις
Κοινοποίηση
Αντιγραφή
Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.