Λογότυπο YouVersion
Εικονίδιο αναζήτησης

לוקאס 9

9
קאפיטל ניין
1און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן. 2און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע. 3און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער. 4און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער. 5און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי. 6און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.
7און הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; 8אייניקע אבער (האבן געזאגט), אז אליהו האט זיך באוויזן; און אנדערע—אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען. 9הורדוס אבער האט געזאגט: דעם יוחנן האב איך אפגעהאקט דעם קאפ; ווער אבער איז דער דאזיקער, וועגן וועלכן איך הער אזעלכע זאכן? און ער האט פארלאנגט אים צו זען.
10און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה. 11די המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט. 12דער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט. 13ער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק. 14ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק. 15און זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט. 16און ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן. 17און זיי האבן געגעסן און זענען אלע זאט געווארן; און מען האט אויפגעהויבן, פון די ברעקלעך (שיריים), וואס זענען איבערגעבליבן, צוועלף קערב (פול).
18און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין? 19און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען. 20האט ער צו זיי געזאגט: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט: דער משיח פון ה׳! 21און ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן, 22און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין. 23און ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן. 24ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען. 25ווארום וואס לוינט עס א מענטשן, אז ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן אדער שעדיקן זיך אליין? 26ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים. 27און באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
28און עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן. 29און בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס. 30און זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו; 31זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים. 32פעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים. 33און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט. 34און בשעת ער האט גערעדט, איז געקומען א וואלקן און האט זיי באשאטנט; און זיי האבן מורא געקריגן ווי זיי זענען אריינגעקומען אין דעם וואלקן אריין. 35און עס איז ארויסגעקומען א קול פון דעם וואלקן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער איז מיין זון, דער אויסדערוויילטער, אים זאלט איר הערן! 36און בשעת דאס קול איז געהערט געווארן, האט יהושע/ישוע זיך געפונען איינער אליין. און זיי האבן געשוויגן און אין יענע טעג האבן זיי קיינעם גארנישט דערציילט פון דעם, וואס זיי האבן געזען.
37און עס איז געשען צומארגנס, ווען זיי זענען אראפגעשטיגן פונם בארג, איז אים אנטקעגנגעקומען א גרויסער המון מענטשן. 38און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד; 39און זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים, 40און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת. 41און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם! 42און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער. 43און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט.
און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: 44לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן. 45זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.
46און עס איז זיי אויפגעגאנגען א ארגומענט: ווער פון זיי עס זאל זיין דער גרעסטער. 47און ווען יהושע/ישוע האט געזען די מחשבה פון זייער הארץ, האט ער גענומען א קינד און עס געשטעלט לעבן זיך, 48און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
49און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז. 50יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך.
51און עס איז געשען, ווען די טעג זענען דערפילט געווארן, אז ער זאל ארויפגענומען ווערן (זיין העלייה השמימה), האט ער פעסט אנטשלאסן געווענדט זיין פנים צו גיין קיין ירושלים, 52און געשיקט שליחים פארויס פאר זיך; און זיי זענען אוועק און זענען אריינגעגאנגען אין א דארף פון די שומרונים, כדי צוצוגרייטן פאר אים. 53און מען האט אים נישט אויפגענומען, ווייל זיין פנים איז געווען געווענדט צו גיין קיין ירושלים. 54און זעענדיק דאס, האבן די תלמידים, יעקב און יוחנן, געזאגט: האר, צי ווילסטו, אז מיר זאלן זאגן, עס זאל אראפקומען פייער פון הימל און זיי פארברענען? (מלכים ב א.) 55ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי; 56און זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין.
57און בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין. 58און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. 59און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם. 60האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳! 61און נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך וועל דיר נאכפאלגן, האר, נאר דערלויב מיר קודם כל זיך צו געזעגענען מיט די, וואס זענען אין מיין הויז. 62יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!

Επιλέχθηκαν προς το παρόν:

לוקאס 9: OYBC

Επισημάνσεις

Κοινοποίηση

Αντιγραφή

None

Θέλετε να αποθηκεύονται οι επισημάνσεις σας σε όλες τις συσκευές σας; Εγγραφείτε ή συνδεθείτε