ברֵאשִית א
א
בְּרֵאשִׁית
1אין אָנהײב האָט אלֹקים באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. 2און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון אלֹקים האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.
3האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל װערן ליכט. און עס איז געװאָרן ליכט. 4און אלֹקים האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און אלֹקים האָט פֿונאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. 5און אלֹקים האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אײן טאָג.
6האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל װערן אַן אױסשפּרײט אין מיטן פֿון די װאַסערן, און ער זאָל פֿונאַנדערשײדן צװישן װאַסערן און װאַסערן. 7און אלֹקים האָט געמאַכט דעם אױסשפּרײט, און האָט פֿונאַנדערגעשײדט צװישן די װאַסערן װאָס אונטער דעם אױסשפּרײט און צװישן די װאַסערן װאָס איבער דעם אױסשפּרײט. און עס איז אַזױ געשען. 8און אלֹקים האָט גערופֿן דעם אױסשפּרײט הימל. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ צװײטן טאָג.
9האָט אלֹקים געזאָגט: זאָלן זיך אײַנזאַמלען די װאַסערן פֿון אונטערן הימל אין אײן אָרט, און זאָל זיך באַװײַזן די יבשה. און עס איז אַזױ געשען. 10און אלֹקים האָט גערופֿן די יבשה ערד, און די אײַנזאַמלונג פֿון די װאַסערן האָט ער גערופֿן ימים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
11האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסגראָזן גרינעם פֿלאַנץ, געװיקסן װאָס גיט אַרױס זאָמען, פֿרוכטבײמער װאָס טראָגן פֿרוכט אױף דער ערד לױט זײערע מינים, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ. און עס איז אַזױ געשען. 12און די ערד האָט אַרױסגעבראַכט גרינעם גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען לױט זײַנע מינים, און בײמער װאָס טראָגן פֿרוכט, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ, לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 13און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם דריטן טאָג.
14האָט אלֹקים געזאָגט: זאָלן װערן ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, פֿונאַנדערצושײדן צװישן דעם טאָג און צװישן דער נאַכט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר צײכנס און פֿאַר צײַטן, און פֿאַר טעג און יאָרן. 15און זײ זאָלן זײַן פֿאַר ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד. און עס איז אַזױ געשען. 16און אלֹקים האָט געמאַכט די צװײ גרױסע ליכטער: דאָס גרעסערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון טאָג, און דאָס קלענערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון דער נאַכט; און די שטערן. 17און אלֹקים האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד, 18און צו געװעלטיקן איבער דעם טאָג און איבער דער נאַכט, און פֿונאַנדערצושײדן צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 19און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿירטן טאָג.
20האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל דאָס װאַסער װידמענען אַ װידמענונג פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און פֿױגלען זאָלן פֿליען אױף דער ערד, איבערן פֿרײַען אױסשפּרײט פֿון הימל. 21און אלֹקים האָט באַשאַפֿן די גרױסע ים-חיות, און אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס קריכן, װאָס דאָס װאַסער האָט געװידמענט לױט זײערע מינים, און אַלע געפֿליגלטע פֿױגלען לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
22און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די װאַסערן אין די ימען, און די פֿױגלען זאָלן זיך מערן אױף דער ערד. 23און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿינפֿטן טאָג.
24האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסברענגען לעבעדיקע באַשעפֿענישן לױט זײערע מינים, בהמות און שרצים און חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און עס איז אַזױ געשען. 25און אלֹקים האָט געמאַכט די חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, און די בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
26האָט אלֹקים געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט, לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.
27און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;
אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;
אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.
28און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
29און אלֹקים האָט געזאָגט: זעט, איך האָב אײַך געגעבן יעטװעדער קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר אײַך זאָל דאָס זײַן צום עסן. 30און פֿאַר אַלע חיות פֿון דער ערד, און פֿאַר אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, װאָס אין אים איז דאָ אַ לעבעדיקער אָטעם, איז יעטװעדער גרין קרײַטעכץ צום עסן. און עס איז אַזױ געװען.
31און אלֹקים האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט, און עס איז זײער גוט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם זעקסטן טאָג.
Voafantina amin'izao fotoana izao:
ברֵאשִית א: OYTORAH
Asongadina
Hizara
Dika mitovy
Tianao hovoatahiry amin'ireo fitaovana ampiasainao rehetra ve ireo nasongadina? Hisoratra na Hiditra
Orthodox Yiddish Torah
© Artists for Israel International, 2024.