YouVersion logo
Ikona pretraživanja

ברֵאשִית טז

טז
113 און שָׂרַי, אבֿרמס װײַב, האָט אים נישט געבאָרן קײן קינדער; און זי האָט געהאַט אַ מִצרישע דינסט װאָס איר נאָמען איז געװען הָגָר. 2האָט שָׂרַי געזאָגט צו אבֿרמען: זע נאָר, ה׳ האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון געבערן; קום, איך בעט דיך, צו מײַן דינסט, אפֿשר װעל איך אױפֿגעריכט װערן דורך איר. האָט אבֿרם צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון שָׂרַין. 3און שָׂרַי, אבֿרמס װײַב, האָט גענומען הָגָר די מִצרית, איר דינסט, נאָכדעם װי אבֿרם איז געזעסן אין לאַנד כּנַעַן צען יאָר, און זי האָט זי געגעבן איר מאַן אבֿרמען פֿאַר אַ װײַב צו אים. 4און ער איז געקומען צו הָגָרן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן; און װי זי האָט געזען אַז זי איז טראָגעדיק, אַזױ איז איר האַרינטע גרינגעשאַצט געװאָרן אין אירע אױגן. 5האָט שָׂרַי געזאָגט צו אבֿרמען: מײַן עװלה אױף דיר! איך האָב געגעבן מײַן דינסט אין דײַן בוזעם, און װי זי האָט געזען אַז זי איז טראָגעדיק, אַזױ בין איך גרינגעשאַצט געװאָרן אין אירע אױגן; זאָל ה׳ משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר. 6האָט אבֿרם געזאָגט צו שָׂרַין: אָט איז דײַן דינסט אין דײַן האַנט, טו מיט איר װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן. און שָׂרַי האָט זי געפּײַניקט, און זי איז אַנטלאָפֿן פֿון איר.
7האָט דער מלאך פֿון ה׳#16‏.7 רבי מלך המשיח די פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם דרך־החײם באַװיזן װי דער מלאך פֿון ה׳ אין ברֵאשִית 16‏.13 22‏.14 שְמוֹת 3‏.14 שוֹפֿטִים 6‏.22 שוֹפֿטִים 13‏.18‏-22‏ זי געפֿונען בײַ אַ קװאַל װאַסער אין דער מדבר, בײַ דעם קװאַל אױפֿן װעג קײן שור. 8און ער האָט געזאָגט: הָגָר, שָׂרַיס דינסט, פֿון װאַנען קומסטו, און װוּהין גײסטו? האָט זי געזאָגט: פֿון מײַן האַרינטע שָׂרַין אַנטלױף איך. 9האָט דער מלאך פֿון ה׳ צו איר געזאָגט: קער זיך אום צו דײַן האַרינטע, און בײג זיך אונטער אירע הענט. 10און דער מלאך פֿון ה׳ האָט צו איר געזאָגט: מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען, און ער װעט נישט קענען געצײלט װערן פֿון פֿילקײט. 11און דער מלאך פֿון ה׳ האָט צו איר געזאָגט:
זע, דו ביסט טראָגעדיק,
און געבערסט אַ זון,
זאָלסטו רופֿן זײַן נאָמען יִשמָעֵאל,
װײַל ה׳ האָט צוגעהערט דײַן פּײַן.
12און ער װעט זײַן אַ מענטש אַ װאַלדאײזל:
זײַן האַנט װעט זײַן אַקעגן אַלעמען,
און אַלעמענס האַנט װעט זײַן אַקעגן אים;
און אין געזיכט פֿון אַלע זײַנע ברידער װעט ער װױנען.
13האָט זי גערופֿן דעם נאָמען פֿון ה׳ װאָס האָט צו איר גערעדט: דו ביסט דער אֵל רָאי (אֵל װאָס זעט מיך); װאָרום זי האָט געזאָגט: אױך דאָ האָב איך געזען דעם װאָס זעט מיך? 14דערום האָט מען גערופֿן דעם ברונעם באֵר-לַחַי-רוֹאי; ער איז צװישן קָדֵש און צװישן בֶרֶד.
15און הָגָר האָט געבאָרן אבֿרמען אַ זון, און אבֿרם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס הָגָר האָט געבאָרן, יִשמָעֵאל. 16און אבֿרם איז געװען זעקס און אַכציק יאָר אַלט, װען הָגָר האָט געבאָרן יִשמָעֵאלן צו אבֿרמען.

Istaknuto

Podijeli

Kopiraj

None

Želiš li svoje istaknute stihove spremiti na sve svoje uređaje? Prijavi se ili registriraj