YouVersion logo
Ikona pretraživanja

ברֵאשִית יז

יז
1און אַז אבֿרם איז אַלט געװען נײַן און נײַנציק יאָר, האָט זיך ה׳ באַװיזן צו אבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין אֵל שַדַי; גײ פֿאַר מיר, און זײַ אױפֿריכטיק. 2און איך װעל מאַכן מײַן בְּרִית צװישן מיר און צװישן דיר, און איך װעל דיך מערן זײער און זײער. 3איז אבֿרם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און אלֹקים האָט מיט אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 4איך – זע, מײַן בְּרִית װעט זײַן מיט דיר, און װעסט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער. 5און דײַן נאָמען זאָל מער נישט גערופֿן װערן אבֿרם, נאָר דײַן נאָמען זאָל זײַן אבֿרהם; װאָרום פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט. 6און איך װעל דיך פֿרוכפּערן זײער און זײער, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר פֿעלקער, און מלכים װעלן אַרױסגײן פֿון דיר. 7און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות, פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית, צו אײַך צו זײַן דײַן אלֹקים און צו דײַן זאָמען נאָך דיר. 8און איך װעל געבן דיר און דײַן זאָמען נאָך דיר דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט {מָגֹור}, דאָס גאַנצע לאַנד כּנַעַן, פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים. 9און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דו אָבער זאָלסט היטן מײַן בְּרִית, דו און דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות. 10דאָס איז מײַן בְּרִית װאָס איר זאָלט היטן צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר: בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 11און איר זאָלט געמַלט װערן אין דעם פֿלײש פֿון אײַער פֿאָרהױט, און עס װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון בְּרִית צװישן מיר און צװישן אײַך. 12און צו אַכט טעג זאָל געמַלט װערן בײַ אײַך איטלעכער מאַנספּאַרשױן אױף אײַערע דור-דורות, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון עמיץ אַ פֿרעמדן װאָס איז נישט פֿון דײַן זאָמען. 13געמַלט מוז געמַלט װערן דער װאָס איז געבאָרן אין דײַן הױז, און דער װאָס איז געקױפֿט פֿאַר דײַן געלט; און מײַן בְּרִית זאָל זײַן אין אײַער פֿלײש פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית. 14און אַן אומבאַשניטענער מאַנספּאַרשױן װאָס װעט זיך נישט מַלן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן {כרת}#17‏.14 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון איר פֿאָלק; מײַן בְּרִית האָט ער פֿאַרשטערט.
15און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דײַן װײַב שָׂרַין זאָלסטו נישט רופֿן מיט איר נאָמען שָׂרַי, נײַערט שָׂרָה זאָל זײַן איר נאָמען. 16און איך װעל זי בענטשן, און װעל דיר אױך געבן פֿון איר אַ זון; יאָ, איך װעל זי בענטשן, און פֿעלקער װעלן װערן פֿון איר; מלכים פֿון אומות װעלן זײַן פֿון איר. 17איז אבֿרהם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און ער האָט געלאַכט, און געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: קען בײַ אַ מאַן פֿון הונדערט יאָר געבאָרן װערן? און קען שׂרה צו נײַנציק יאָר געבערן? 18און אבֿרהם האָט געזאָגט צו האלֹקים: הלװאַי זאָל יִשמָעֵאל לעבן פֿאַר דיר! 19האָט אלֹקים געזאָגט: פֿאַר װאָר, דײַן װײַב שׂרה װעט דיר געבערן אַ זון, און זאָלסט רופֿן זײַן נאָמען יִצחָק; און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית מיט אים פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית צו זײַן זאָמען נאָך אים#17‏.19 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד, דער זרע פֿון יִצחָק.. 20און װעגן יִשמָעֵאלן האָב איך דיך צוגעהערט; זע, איך האָב אים געבענטשט, און איך װעל אים פֿרוכפּערן, און װעל אים מערן זײער און זײער; צװעלף פֿירשטן װעט ער געבערן, און איך װעל אים מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק. 21מײַן בְּרִית אָבער װעל איך אױפֿשטעלן מיט יִצחָקן, װאָס שׂרה װעט דיר געבערן צו דער צײַט אױפֿן אַנדער יאָר.
22און װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים, אַזױ האָט אלֹקים זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אבֿרהמען.
23און אבֿרהם האָט גענומען זײַן זון יִשמָעֵאלן, און אַלע זײַנע הױזגעבאָרענע, און אַלע זײַנע געקױפֿטע פֿאַר געלט, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די הױזלײַט פֿון אבֿרהמען, און ער האָט געמַלט דאָס פֿלײש פֿון זײער פֿאָרהױט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, אַזױ װי אלֹקים האָט צו אים גערעדט. 24און אבֿרהם איז געװען נײַן און נײַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 25און זײַן זון יִשמָעֵאל איז געװען דרײַצן יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 26אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג איז געמַלט געװאָרן אבֿרהם און זײַן זון יִשמָעֵאל. 27און אַלע מאַנסלײַט פֿון זײַן הױז, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון אַ פֿרעמדן, זײַנען געמַלט געװאָרן מיט אים.

Istaknuto

Podijeli

Kopiraj

None

Želiš li svoje istaknute stihove spremiti na sve svoje uređaje? Prijavi se ili registriraj