Mufananidzo weYouVersion
Mucherechedzo Wekutsvaka

ברֵאשִית ה

ה
1דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון אָדָמען: װען אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָט ער אים אין דער גלײַכעניש פֿון אלֹקים געמאַכט; 2אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן, און ער האָט זײ געבענטשט, און האָט גערופֿן זײער נאָמען אָדָם (מענטש) אין דעם טאָג װאָס זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן. 3און אָדָם האָט געלעבט הונדערט און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון אין זײַן גלײַכעניש, אַזױ װי זײַן געשטאַלט, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת. 4און די טעג פֿון אָדָמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֵתן, זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 5און אַלע טעג װאָס אָדָם האָט געלעבט, זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.#יְשַעְיָה 53‏.8 #5‏.5 װי אין אדם (הראשון) שטאַרבן אַלע, אַזױ װעלן אױך אין דעם משיח אַלע לעבעדיק געמאַכט װערן. יְשַעְיָה 53‏.8; הוֹשֵעַ 6‏.2; דָניאֵל 12‏.2
6און שֵת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר, און האָט געבאָרן אֶנוֹשן. 7און שֵת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אֶנוֹשן, אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 8און אַלע טעג פֿון שֵתן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
9און אֶנוֹש האָט געלעבט נײַנציק יאָר, און האָט געבאָרן קֵינָנען. 10און אֶנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן קֵינָנען, אַכט הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 11און אַלע טעג פֿון אֶנוֹשן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿינף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
12און קֵינָן האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן. 13און קֵינָן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן, אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 14און אַלע טעג פֿון קֵינָנען זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
15און מַהלַלאֵל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן יֶרֶדן. 16און מַהלַלאֵל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן יֶרֶדן, אַכט הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 17און אַלע טעג פֿון מַהלַלאֵלן זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
18און יֶרֶד האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן חַנוֹכן. 19און יֶרֶד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן חַנוֹכן, אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 20און אַלע טעג פֿון יֶרֶדן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
21און חַנוֹך האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן מתושֶלַחן. 22און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מתושֶלַחן, דרײַ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 23און אַלע טעג פֿון חַנוֹכן זײַנען געװען דרײַ הונדערט יאָר און פֿינף און זעכציק יאָר. 24און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים; און ער איז מער נישט געװאָרן, װאָרום אלֹקים האָט אים אַװעקגענומען.#5‏.24 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. די טױטע אינם משיח בן דָוִד װעלן אױפֿשטײן קודם כל; דאן די לעבעדיקע, װעלכע זענען איבערגעבליבן, װעלן צוזאמען מיט זײ ארױפגעכאפט װערן אין די װאלקנס, צו באַגעגענען הָאָדוֹן אין דער לופֿט; און אַזױ װעלן תמיד זײַן מיט הָאָדוֹן. מְלָכִים ב 2‏.11; מַלאָכי 3‏.1
25און מתושֶלַח האָט געלעבט הונדערט יאָר און זיבן און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן לֶמֶכן. 26און מתושֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן לֶמֶכן, זיבן הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 27און אַלע טעג פֿון מתושֶלַחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און נײַן און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
28און לֶמֶך האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון. 29און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען נֹח, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער װעט אונדז זײַן אַ נחמה פֿאַר אונדזער אַרבעט, און פֿאַר דער מאַטערניש פֿון אונדזערע הענט, פֿון װעגן דער ערד װאָס ה׳ האָט זי פֿאַרשאָלטן. 30און לֶמֶך האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נֹחן, פֿינף הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 31און אַלע טעג פֿון לֶמֶכן זײַנען געװען זיבן הונדערט יאָר און זיבן און זיבעציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
32און אַז נֹח איז געװאָרן פֿינף הונדערט יאָר אַלט, האָט נֹח געבאָרן שֵמען, חָמען, און יֶפֶֿתן.

Zvasarudzwa nguva ino

ברֵאשִית ה: OYT2023

Sarudza vhesi

Pakurirana nevamwe

Sarudza zvinyorwa izvi

None

Unoda kuti zviratidziro zvako zvichengetedzwe pamidziyo yako yose? Nyoresa kana kuti pinda