1
לוקאס 34:23
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)
Yenzanisa
Ongorora {{vhesi}}
2
לוקאס 43:23
און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!
3
לוקאס 42:23
און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין!
4
לוקאס 46:23
און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
5
לוקאס 33:23
און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.)
6
לוקאס 44:23-45
און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט.
7
לוקאס 47:23
ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!
Pekutangira
Bhaibheri
Zvirongwa
Mavideo